| Paragraph 2 |
|
הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל, איז געווען א זון פון הוניאדער רב רבי ישראל פריינד זצ"ל און אן אייניקל פונעם נאסוידער רב רבי אברהם יהושע פריינד זצ"ל. ער האט פארלוירן א גאנצע משפחה פון א פרוי מיט צען קינדער ביי די צווייטע וועלט מלחמה. ער האט חתונה געהאט צוויי מאל נאך די קריג, אבער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
באלד נאך די מלחמה איז ער געווען רב אין די שטאט סאטמאר. ער איז יארן געווען דער ראש ישיבה אין סאטמארער ישיבה יטב לב אין ירושלים, ווען דער סאטמארער רבי רבינו יואל זצוק"ל איז נפטר געווארן, כ"ו אב תשל"ט, איז רבי משה ארי' פריינד אויפגענומען געווארן אלס ראב"ד עדה החרדית אין ירושלים. נאך די פטירה פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל, סיון תשמ"ט, איז רמ"א פריינד געווארן דער גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק.
סוף ימיו האט מען געמאכט מיט אים א רבי'סטעווע. ער איז געווען שטארק פארהייליגט און געהאט טויזנטער מעריצים איבער די וועלט. נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער, האט ער געגרינדעט מוסדות רמ"א, לשמו ולזכרו, זיינע ספרים זענען "עטרת יהושע". |